לידערבוך

אַז דער רבי זינגט

אַז דער רבי עסט,
עסן אַלע חסידים.

אַז דער רבי טרינקט,
טרינקען אַלע חסידים.

אַז דער רבי זינגט,
זינגען אַלע חסידים.

אַז דער רבי טאַנצט,
טאַנצן אַלע חסידים.

אַז דער רבי לאַכט,
לאַכן אַלע חסידים.

אַז דער רבי שלאָפֿט,
שלאָפֿן אַלע חסידים.

אַראָפּלאָד די נאָטן