לידערבוך

זונטיק בולבעס

זונטיק בולבע, מאָנטיק בולבע,
דינסטיק און מיטוואָך — בולבע,
דאָנערשטיק און פֿרײַטיק — בולבע,
שבת — פֿאַר אַ נאָווינע —
אַ בולבע־קוגעלע…
זונטיק ווײַטער — בולבע!

ברויט מיט בולבע, פֿלײַש מיט בולבע,
וואָרמעס און וועטשערע — בולבע,
אָבער און ווידער — בולבע,
שבת — פֿאַר אַ נאָווינע —
אַ בולבע־קוגעלע…
זונטיק ווײַטער — בולבע…

אָבער — בולבע, ווײַטער — בולבע,
נאָך אַ מאָל און ווידער — בולבע,
הײַנט און מאָרגן — בולבע,
שבת נאָכן טשאָלנט —
אַ בולבע־קוגעלע…
זונטיק ווידער — בולבע!…

אַראָפּלאָד די נאָטן