לידערבוך

איך בין שוין אַ מיידל אין די יאָרן

איך בין שוין אַ מיידל אין די יאָרן,
וואָס האָסטו מיר, מײַן קעפּעלע פֿאַרדרייט?
איך וואָלט שוין לאַנג אַ כּלה געוואָרן
און אפֿשר טאַקע חתונה געהאַט.

דו האָסט מיר צוגעזאָלט מיך נעמען,
איך האָב אויף דיך לאַנג שוין געוואַרט;
פֿאַר וואָס זאָלסטו, דושעניו, מיך פֿאַרשעמען
צי האָסטו דיך אין מיר גענאַרט?

און אפֿשר גייט דיר, דושעניו, אין נדן?—
מײַן מאַמע וועט פֿאַרקויפֿן איר שטיב.
לאָמיר שוין ביידע חתונה האָבן,
ווײַל איך האָב דיך זייער ליב.

אפֿשר ווילסטו וויסן מײַן ייחוס?
מײַן זיידע איז געוועזן אַ רב.
לאָמיר שוין ביידע חתונה האָבן,
און זאָל שוין נעמען אַ סוף!

און אפֿשר האָסטו שוין אַן אַנדערע,
אַ שענערע און בעערע פֿון מיר?—
זאָל יר גאָט געבן פֿיר יאָר ליבע
און אַזאַ סוף ווי בײַ מיר…

אַראָפּלאָד די נאָטן