לידערבוך

טום־באַלאַלײַקע

שטייט אַ בחור און ער טראַכט,
טראַכט און טראַכט אַ גאַנצע נאַכט:
וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען,
וועמען צו נעמען און ניט פּאַרשעמען.

רעפֿרען

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע,
טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע!
טום־באַלאַלײַקע, שפּיל באַלאַלײַקע,
טום־באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!

— מיידל, מיידל, כ׳וויל בײַ דיר פֿרעגן:
וואָס קאָן וואַקסן אָן רעגן?
וואַס קאָן ברענען, און ניט אויפֿהערן?
וואָס קאָן בענקען, וויינען אָן טרערן?

— נאַרישער בחור, וואָס דאַרפֿסטוּ פֿרעגן?
אַ שטיין קאָן וואַקסן, אָן רעגן.
ליבע קאָן ברענען און ניט אויפֿהערן,
אַ האַרץ קאָן בענקען, וויינען אָן טרערן.

אַראָפּלאָד די נאָטן