לידערבוך

מײַן רועפּלאַץ

נישט זוך מיך דאָרט, וואו מירטן גרינען ―
געפֿינסט מיך דאָרטן נישט, מײַן שאַץ!
וואו לעבנס וועלקן בײַ מאַשינען,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ…

נישט זוך מיך דאָרט, וואו פֿייגל זינגען ―
געפֿינסט מיך דאָרטן נישט, מײַן שאַץ!
אַ שקלאַף בין איך ― וואו קייטן קלינגען,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ…

נישט זוך מיך, וואו פֿאָנטאַנען שפּריצן ―
געפֿינסט מיך דאָרטן נישט, מײַן שאַץ!
וואו טרערן רינען, ציינער קריצן,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ…

און ליבסטו מיך מיט וואַרער ליבע ―
טאָ קום צו מיר, מײַן גוטער שאַץ,
און הײַטער אַף מײַן האַרץ דאָס טריבן,
און מאַך מיר זיס מײַן רועפּלאַץ!

אַראָפּלאָד די נאָטן