לידערבוך

פּאַפּיראָסן

אַ קאַלטע נאַכט אַ נעפּלדיקע פֿינצטער אומעטום,
שטייט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרויערט און קוקט זיך אַרום.
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט,
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט,
און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום.

איך האָב שוין ניט קיין כּוח מער אַרומצוגיין אין גאַס,
הונגעריק און אָפּגעריסן פֿונעם רעגן נאַס.
איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען,
קיינער גיט ניט צו פֿאַרדינען,
אַלע לאַכן מאַכן פֿון מיר שפּאַס.

רעפֿרען:

קופּיטיע קויפֿט זשע קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן,
טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן.
‫קויפֿט זשע ביליק בנאמנות‬,
קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות,
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד!

קופיטיע קויפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן,
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן.
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן,
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט…

מייַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זייַנע הענט,
מייַן מאַמע האָט די צרות מער אויסהאַלטן נישט געקענט;
יונג אין קבֿר זי געטריבן,
בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן,
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטיין.

ברעקלעך קלייַב איך אויף צום עסן אויף דעם אַלטן מאַרק,
אַ האַרטע באַנק איז מייַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק.
אין דערצו די פּאָליציאַנטן,
שלאָגן מיך מיט שווערן קאַנטן,
ס'העלפֿט נישט מייַן געבעט און מייַן געוויין.

איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל אַ קינד פֿון דער נאַטור,
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר.
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער,
לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער,
ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אויף איר.

מיטאַמאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זייער קראַנק,
אויף מייַנע הענט איז זי געשטאָרבן אויף אַ גאַסן באַנק,
און אַז איך האָב זי פֿאַרלוירן,
האָב איך אַלץ שוין אָנגעוווירן,
זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.

אַראָפּלאָד די נאָטן