לידערבוך

ארבעטלאָזע מאַרש

איינס, צוויי, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
נישט געהערט חדשים לאַנג
אין פֿאַבריק דעם האַמער־קלאַנג,
ס׳ליגן כּלים קאלט, פֿאַרגערסן,
ס׳נעמט דער זשאַווער זיי שוין פֿרעסן,
גייען מיר אַרום אין גאַס,
ווי די גבֿירים פּוסט־און־פּאַס.

איינס, צוויי, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
אָן אַ בגד, אָן אַ היים,
אונדזער בעט איז ערד און ליים,
האָט נאָך ווער וואָס צו געניסן,
טיילט מען זיך מיט יעדן ביסן,
וואַסער, ווי די גבֿירים ווײַן,
גיסן מיר אין זיך ארײַן.

איינס, צוויי, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
יאָרן לאַנג געאַרבעט שווער,
און געשאַפֿט אַלץ מער און מער
הײַער, שלעסער, שטעט און לענדער
פֿאַר אַ הײַסלע פֿאַרשווענדער,
אונדזער לוין דערפֿאַר אין וואָס?
הונגער, נויט און אַרבעטלאָז.

אײַנס, צוויי, דרײַ, פֿיר,
אָט אזוי מאַרשירן מיר,
אַרבעטלאָזע, טריט נאָך טריט
און מיר זינגען זיך אַ ליד
פֿון אַ לאַנד, אַ וועלט אַ נײַע,
וווּ עס לעבן מענטשען פֿרײַע,
אַרבעטלאָז איז קיין שום האַנט,
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד.

אַראָפּלאָד די נאָטן