לידערבוך

די שבֿועה

ברידער און שוועסטער פֿון אַרבעט און נויט,
אַלע וואָס זײַנען צעזייט און צעשפּרייט —
צוזאַמען, צוזאַמען, די פֿאָן זי איז גרייט,
זי פֿלאַטערט פֿון צאָרן, פֿון בלוט איז זי רויט,
אַ שבֿועה! אַ שבֿועה אויף לעבן און טויט!

רעפֿרען:

הימל און ערד וועט אונדז אויסהערן,
עדות וועלן זײַן די ליכטיקע שטערן,
אַ שבֿועה פֿון בלוט און אַ שבֿועה פֿון טרערן!
מיר שווערן, מיר שווערן, מיר שווערן!

מיר שווערן אַ טרײַהייט אָן גרענעצן צום בונד.
נאָר ער קען די שקלאַפֿן באַפֿרײַען אַצינד.
די פֿאָן די רויטע איז הויך אוּן ברייט;
זי פֿלאַטערט פֿון צאָרן, פֿון בלוט איז זי רויט!
אַ שבֿועה! אַ שבֿועה אויף לעבן און טויט!

מיר שווערן צו קעמן פֿאַר פֿײַהײַ און רעכט
מיט אַלע טיראַנען און זייערע קנעכט;
מיר שווערן באַזיגן די פֿינצטערע מאַכט,
אָדער מיט העלדנמוט פֿאַלן אין שלאַכט!
אַ שבֿועה! אַ שבֿועה אויף לעבן און טויט!

מיר שווערן צו היטן אַ בלוטיקן האַס
צום מערדער און רויבער פֿון אַרבעטער־קלאַס,
דעם קייסער, די הערשער, די קאַפּיטאַליסטן, —
מיר שווערן זיי אַלעמען פֿאַרניכטן, פֿאַרוויסטן:
אַ שבֿועה! אַ שבֿועה אויף לעבן און טויט!

מיר שווערן צי פֿירן אַ הייליקן שטרײַט,
ביז וואַנען די ערד וועט ניט ווערן באַנײַט:
קיין קבצן, קיין נגיד, קיין האַר און קיין שקלאַף,
גלײַך זאָלן ווערן ווער שטאַרק און ווער שלאַף!
אַ שבֿועה, אַ שבֿועה אויף לעבן און טויט!

אַראָפּלאָד די נאָטן