לידערבוך

אין אַלע גאַסן, דאַלאָיי פּאָליציי

אין אַלע גאַסן

אין אַלע גאַסן ווו מען גייט
הערט מען זאַבאַסטאָווקעס.
ייִנגלעך, מיידלעך, קינד און קייט
שמועסן פֿון פּריבאָווקעס.

גענוג שוין ברידער האָרעווען,
גענוג שוין באָרגן לײַען,
מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע,
לאָמיר ברידער זיך באַפֿרײַען!

דאַלאָיי פּאָליציי

ברידער און שוועסטער,
לאָמיר זיך געבן די הענט,
לאָמיר ניקאָלאַייקעלען צעברעכן די ווענט!

רעפֿרען:

היי, היי, דאַלאָיי פּאָליציי!
דאַלאָי סאַמאָדערזשאַוויעץ ווראַסיי!

ברידער און שוועסטער, לאָמיר זיך ניט אירצן,
לאָמיר ניקאָלײַקעלען די יאָרעלעך פֿאַרקירצן!

נעכטן האָט ער געפֿירט אַ וועגעלע מיט מיסט,
הײַנט איז ער געוואָרן אַ קאַפּיטאַליס!

ברידער און שוועסטער, לאָיר גיין צוזאַמען,
לאָמיר ניקאָלײַקעלע באַגראָבן מיט דער מאַמען!

קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען, אַראָפּ פֿון די פֿערד!
דער רוסישער קייסער ליגט שוין אין דער ערד!

אַראָפּלאָד די נאָטן