לידערבוך

פּאַרטיזאַנען מאַרש

דער וועג איז שווער — מיר ווייסן,
דער קאַמף ניט לײַכט, קיין שפּיל:
אַ פּאַרטיזאַן זײַן לעבן לייגט אין שלאַכט
פֿאַרן גרויסן פֿרײַהײַציל!

רעפֿרען:

העי, פֿ.פּ.אָ, מיר זײַנען דאָ!
מוטיקע און דרײַסטע אין שלאַכט
פּאַרטיזאַנער נאָך הײַנט
גייען שלאָגן דעם פֿײַנט
אינעם קאַמף פֿאַר אַן אַרבעטער־מאַכט!

עס זײַנען פֿעסט די גלידער,
געמוסקלט אין שטאָל און אין בלײַ;
מיר גייען בלויז אויף הײַנט
פֿון דעם געטאָ אַרויס,
כּדי מאָרגן אײַך ברענגען די פֿרײַ!

בײַמ בלוט פֿון שוועסטער און ברידער
מיר שווערן צו קאַמפֿן ביז וואַן
מיט היטלערס יעדן גליד
באַפּוצט וועט זײַן
די וואַפֿן פּאַרטיזאַן!

אַראָפּלאָד די נאָטן