לידערבוך

שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט

שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט,
און דער פֿראָסט האָט שטאַרק געברענט;
צי געדענקסטו ווי איך האָב דיך געלערנט
האַלטן אַ שפּײַער אין די האַנט?

אַ מויד אַ פּלעצל און אַ בערעט
און האַלט אין האַנט פֿעסט אַ נאַגאַן
אַ מויד מיט אַ סאַמענטענעם פּנים
היט אָפּ דעם שׂונאס קאַראַוואַן

געצילט, געשאָסן און געטראָפֿן
האָט איר קליינינקע פּיסטויל
אַן אויטאָ אַ פֿולינקן מיט וואָפֿן
פֿאַרהאַלטן האָט זי מיט איין קויל

פֿאַרטאָג פֿון וואַלד אַרויסגעקראָכן
מיט שנייגירלאַנדן אויף די האָר
געמוטיגט פֿון קליינינקן נצחון
פֿאַר אונדזער נײַעם פֿרײַען דור.

אַראָפּלאָד די נאָטן