לידערבוך

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
שטייט ער אײַנגעבויגן,
אַלע פייגל פונעם בוים
זענען זיך צעפלויגן.

דרײַ קיין מזרח, דרײַ קיין מערב,
און דער רעשט קיין דרום.
און דעם בוים געלאָזט אַליין,
הפקר פאַרן שטורעם.

זאָג איך צו דער מאַמע: „הער,
זאָלסט מיך נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן.

„איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פאַרוויגן
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט, ―
מיט אַ שיינעם ניגון.“

זאָגט די מאַמע: „ניטע, קינד“,
און זי וויינט מיט טרערן.
„קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן.“

זאָג איך: „מאַמע, ס׳איז אַ שאָד
דײַנע שיינע אויגן“ ―
און איידער וואָס, און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פויגל.

וויינט די מאַמע : „איציק קרוין,
נעם, אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט אַ שאַליקל,
זאָלסט זיך נישט פאַרקילן.

„די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס׳גייט אַ שאַרפֿער ווינטער ―
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.

„און דאָס ווינטער־לייבל נעם,
טו עס אָן דו שוטה,
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע.“ ―

כ׳הויב די פליגל. ס׳איז מיר שווער
צו פיל, צו פיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פייגעלע דעם שוואַכן.

קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן
אין דער מאַמעס אויגן:
ס׳האָט איר ליבשאַפט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פויגל.

אַראָפּלאָד די נאָטן