לידערבוך

ראָזשינקעס מיט מאַנדלען

אין דעם בית המקדש
אין אַ ווינקל חדר
זיצט די אלמנה בת ציון אליין

איר בן־יחידל ייִדעלע
וויגט זי כּסדר
און זיגט אים צום שלאָפֿן
אַ לידעלע שיין:

אַי־ליו־ליו־ליו־ליו
אונטער ייִדעלעס וויגעלע
שטייט אַ קלאַר ווייס ציגעלע.
דאָס וועט זיין דיין באַרוף
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען…
שלאָף זשע ייִדעלע, שלאָף.

אַראָפּלאָד די נאָטן