לידערבוך

ווער האָט אַזאַ מיידעלע?

פֿון דעם הימל צוגעשיקט
אַ מתּנה מיר,
מיט אַן אוצר מיך באַגליקט
האָט גאָט אָן אַ שיעור.

ליכטיק ווערט פֿאַר מיר מײַן וועלט,
ניט פֿון זונענשיין,
קריגט מען דען פֿון אוצרות געלט,
אַ מיידעלע ווי מײַן!

ווער האָט אַזאַ מיידעלע,
אַ מלאכל אַ קליינס?
אויגן ווי צוויי שטערנדלעך,
אַ נשמהלע אַ ריינס.

ליבער גאָט, איך בעט בײַ דיר:
שיץ און היט זי אָפּ פֿאַר מיר!
וואַך איבער מײַן מיידעלע
אַ מיידעלע אַ קליינס!…

רעציטאַציע

ווען וואַלקנס כמאַרעס פֿיל
פֿאַרשטעלן מיר מיט לעבנס ציל
ביסטו מײַן זונען שײַן ― מײַן מיידעלע
ווען פֿרײַנד האַלטן זיך אין גרויסן
זאָלן זיי מיר פֿאַרשטויסן
אַבי איך האָב דיך ― מײַן מיידעלע
ווען איך וועל ווערן אַלט און שוואַך
געדענק מײַן קינד, געדענק איין זאַך
אַז איך האָב גאָר אַ מיידעלע
אַ מיידעלע אָ קליינס.

אַראָפּלאָד די נאָטן