לידערבוך

(שפּיל זשע מיר) אַ לידעלע אין ייִדיש

זינג־זשע מיר אַ לידעלע אין ייִדיש,
דערוועקן זאָל עס פֿרייד און ניט קיין חידוש,
אַז אַלע ― גרויס און קליין,
זאָלן עס פֿאַרשטיין,
פֿון מויל צו מויל דאָס לידעלע זאָל גיין.

רעפֿרען:

שפּיל, שפּיל, כלי־זמרל שפּיל,
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל.
שפּיל, שפּיל, אַ לידעלע פֿאַר מיר,
שפּיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל.

אַ לידעלע אָן זיפֿצן און אָן טרערן,
שפּיל אזוי, אַז אַלע זאָלן הערן.
אַז אַלע זאָלן זען,
איך לעב און זינגען קען,
שענער נאָך און בעסער, ווי געווען.

לאָמיר זינגען ס׳לידעלע צוזאַמען,
ווי גוטע פֿרײַנד, ווי קינדער פֿון איין מאַמען.
מײַן איינציקער פֿאַרלאַנג:
ס׳זאָל קלינגען פֿרײַ און פֿראַנק
אין אַלעמענס געזאַנג אויך מײַן געזאַנג!

שפּיל זשע מיר אַ לידעלע פֿון שלום,
זאָל שוין זײַן שלום נישט זײַן קיין חלום,
אַז פֿעלקער גרויס און קליין,
זאָלן קענען זיך פֿאַרשטיין ―
אָן קריגן און מלחמות זיך באַגיין!

אַראָפּלאָד די נאָטן