לידערבוך

אַפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַרל

אַפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַרל,
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קלײַנע קינדערלעך
דעם אלף־בית.

רעפֿרען:

זאָגט זשע קינדערלעך, געדענקט זשע, טײַערע,
וואָס איר לערנט דאָ,
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל:
קמץ־אלף אָ!

לערנט קינדערלעך, האָט ניט מורא,
יעדער אָנהייב איז שווער.
גליקליך איז דער ייִד וואָס לערנט תורה
וואָס דאַרפֿן מיר נאָך מער?

אַז איר וועט, קינדערלעך, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פֿאַרשטיין,
וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן,
און ווי פֿיל געוויין.

לערנט קינדערלעך, מיט גרויס חשק
אַזוי זאָג איך אייך אָן,
ווער ס'וועט בעסער פֿון אייך קענען עברי
דער בקומט אַ פֿאָן.

אַז איר וועט, קינדערלעך, דעם גלות שלעפֿן
אויסגעמוטשעט זײַן,
זאָלט איר פֿון די אותיות כוח שעפֿן,
קוקט אין זיי אַרײַן.

אַראָפּלאָד די נאָטן