לידערבוך

לאָמיר זיך איבערבעטן

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
שטעל דעם סאַמאָוואַר!
לאָמיר זיך איבערבעטן,
זײַ זשע ניט קיין נאַר!

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
קויף אַ פּאָר מאַראַנצן!
לאָמיר זיך איבערבעטן,
וועלן מיר גיין טאַנצן!

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
קויף אַ פֿונט פֿיסטאָשקעס!
לאָמיר זיך איבערבעטן,
שענק מיר דיינע לאַסקעס!

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
אין האַרצן ברענט אַ פֿײַער —
לאָמיר זיך איבערבעטן,
ליבע איז דאָך טײַער.

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
וואָס שטייסטו בײַ דער טיר?
לאָמיר זיך איבערבעטן
קום ארײַן צו מיר!

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
וואָס שטייסטו בײַ דעם פֿענצטער?
לאָמיר זיך איברבעט —
דו ביסט דאָך מײַן שענסטער!

אַראָפּלאָד די נאָטן