לידערבוך

אַ ייִדישע מאַמע

איך וועל בײַ אײַך אַ קשיא פֿרעגן,
זאָגט מיר ווער עס קען:
מיט וועלכע טײַערע פֿאַרמעגנס
בענטשט גאָט אַלעמען?
מען קויפֿט עס ניט פֿאַר קיינע געלט;
דאָס גיט מען נאָר אומזיסט,
און דאָך, אַז מען פֿאַרלירט דאָס,
וויפֿיל טרערן מען פֿאַרגיסט!
אַ צווייטע גיבט מען קיינעם ניט
עס העלפֿט ניט קיין געוויין,
אוי! ווער עס האָט פֿאַרלוירן,
דער ווייסט שוין וואָס איך מיין.

רעפֿרען:

אַ ייִדישע מאַמע,
עס גיבט ניט בעסער אין דער וועלט
אַ ייִדישע מאַמע,
אוי, וויי, ווי ביטער ווען זי פֿעלט!
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז
ווען די מאַמע איז דאָ;
ווי טרויעריק פֿינצטער ווערט ווען גאָט
נעמט איר אויף עולם־הבא!
אין וואַסער און פֿער,
וואָלט זי געלאָפֿן אַר איר קנד,
ניט האַלטן איר טײַער
דאָס איז געוויס די גרעסטע זינד;
אוי, ווי גליקלעך און רײַך איז דער מענטש וואָס האָט
אַזאַ שיינע מתּנה געשענקט פֿון גאָט
נאָר אַן אַלטיטשקע יידישע מאַמע
מאַמע מיַין!

ווער איז איַיך ביַי דעם וויגעלע געזעסן
טאָג און נאַכט?
און ווער האָט ביי איַיער קראַנקן בעט
קיין אויג ניט צוגעמאַכט?
ווער האָט פֿאַר אייַך געקאָכט, געבאַקט,
געאַרבעט און געשקלאַפֿט,
און ווער וואָלט פֿאַר איר קינד
אַוועקגעלייגט איר לעצטע קראַפֿט?
ביַי וועמען זיַיט איר אַלע טיַיער,
אַלע פֿיַין און גוט?
ווער וואָלט פֿאַר איַיך געגעבן
איר לעצטע טראָפּן לוט?

אַזאַ שיינע מתּנה גשענקט פֿו גאָט
נאָר אַן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע
מאַמע מײַן!

ווער איז אײַך בײַ דעם וויגעלע געזעסן
טאָג און נאַכט?
און ווער האָט בײַ אײַער קראַנקן בעט
קיין אויג ניט צוגעמאַכט?
ווער האָט פֿאַר אײַך געקאָכט, געבאַקט,
געאַרבעט און געשקלאַפֿט,
און ווער וואָלט פֿאַר איר קינד
אַוועקגעלייגט איר לעצטע קראַפֿט?
בײַ וועמען זײַט איר אַלע טײַער,
אַלע פֿײַן און גוט?
ווער וואָלט פֿאַר אײַך געגעבן
איר לעצטע טראָפּן בלוט?

אַראָפּלאָד די נאָטן